אונזער ארבעט
מיר ארבעטן צו פארזיכערן אז שוועדן באעהרט, באשיצט און ערפילט מענטשליכע רעכטן. אלץ א זעלבסשטענדיגע A-סטאטוס אינסטיטוציע, קוקן אונז איבער וויאזוי רעכטן ווערן איינגעפירט אין לעגיסלאציע, פאליסי און טעגליכע לעבן - ספעציעל פאר גרופעס וועמענס רעכטן זענען אין געפאר פון ווערן פארלעצט. פולשטענדיגע איבערזיכטן, באראטונג אנטווארטן, אינטערנאציאנאלע קערפערשאפט און פארמאכטע געשפרעכן מיט צעווילע געזעלשאפט און אנדערע סאציאלע שפילער, מיר שיישטייערן מיט פאסיגע רעקאמענדאציע צו פארשטערקערן רעכטן באשיצונג אין פראקטיק.

יערליכע באריכט אויפן סטאטוס פון רעכטן אין שוועדן
יעדע יאר, געבן מיר ארויס א יערליכע באריכט וואס ווערט געשיקט צום רעגירונג און פארלאמענט. אין די באריכט, שילדערן מיר די סטאטוס פון יומען רעכטן, וויאזוי זיי האבן זיך אנטוויקלט אין שוועדן דורכאויס די יאר און מאכן רעקאמענדאציעס איבער וויאזוי צוטריט צו רעכטן קענען ווערן פארשטערקערט. די באריכט איז א וויכטיגע געצייג צו קענען נאכפאלגן אנטוויקלונגען איבער א שטיק צייט און איז בעיקר געאייגנט צו שטיצן די רעגירונג און פארלימענט, אבער אויך אנדערע פאבליק שפילער וואס מוזן מאכן זיכער אז שוועדן ערפילט איר אינטערנאציאנאלע פארפליכטונגען.
ליינט אונזער לעצטע יערליכע באריכט (på svenska)
איבערקוקן וויאזוי רעכטן ווערן למעשה באעהרט
מיר פאלגן נאך פון די נאנט וויאזוי רעכטן ווערן איינגעפירט אין שוועדן, דורך אנאליזירן געזעצן, פארשלאגן און אויפפירונגען. אונז קאנצענטרירן זיך צו דערגיין און פאשטיין וויאזוי די מאסנאמען אפעקטירן פארשידענע גרופעס און צו נוצן אונזער אנאליז צו פארשלאגן פאסיגע פארבעסערונגען.
באריכטן צו אינטערנאציאנאלע נאכפאלגונג איינהייטן
מיר ביישטייערן צו UN איבערזיכט פראצעדורן דורך צוזאמען מאכן באריכטן וואס שטיצן אפיציעלע רעגירונג באריכטן און שטרייכן אונטער לעכער אין רעכטן באשיצונג. דורך צושטעלן א זעלבסשטענדיגע אנאליז, העלפן מיר די UN נאכפאלגונג קאמיטיס צו באקומען א קלארערע בילד איבער וויאזוי מענטשליכע רעכטן ווערן באעהרט אין שוועדן. די פארשטערקער די שטימעס פון מענטשן מיט רעכטן און העלפט צו שטופן פאר א טויש.
אונזער אייגענע באריכטן
אין צוגאב צו אינטערנאציאנאלע באריכטן, געבן מיר ארויס אונזער אייגענע באריכטן, אנאליזן און מיינונגען אויף באקאנטע רעכטן פראבלעמען. זיי קענען זיין וועגן א אויסוואל פון טעמעס, צווישן זיי, קינדער’ס רעכטן אין סאושעל סערוויסעס, צוטריט צו די מענטשליכע רעכטן פון עלטערע מענטשן אין עלטערע קעיר. אפגעזען פון די געגנט, איז די פאקוס די זעלבע - צו דערגיין פראבלעמען און אונטערשטרייכן די קאנסענקווענצן פאר מענטשליכע רעכטן און פארשלאגן לעזונגען דורך רעקאמענדאציע.
אונזער איבערזיכטן און באריכטן (på svenska)
נאכפאלגן שוועדן’ס ארבעט מיט די קאנווענשאן אויף די רעכטן פון מענטשן מיט דיסאביליטיס
די שוועדיגע אינסטיטוציע פאר מענטשליכע רעכטן האט א ספעציפישע באפעל צו מוטיגן, באשיצן און נאכפאלגן אויב שוועדן קומט נאך די פארלאנגען פון די UN קאנווענשאן אויף די רעכטן פון מענטשן מיט דיסאביליטיס.
מיר טוען דאס, צום ביישפיל, דורך:
- אויספארשן מערערע מענטשליכע רעכטן פראבלעמען אין טימעטיק שטודיעס
נאכפאלגן יערליך אויף שוועדן’ס פארשריט אין איינפירן די רעכטן אונטער די UN קאנווענשאן אויף די רעכטן פון מענטשן מיט דיסאביליטיס און רעקאמענדאציעס פון די UN - צושטעלן עצות און רעקאמענדאציע צום רעגירונג און אנדערע שפילער וועגן וויאזוי רעכטן קענען ווערן בעסער פארזיכערט
- אינטערנאציאנאלע קערפערשאפט מיט אנדערע מענטשליכע רעכטן אינסטיטוציע און די UN.
מיר ארבעטן אקטיוו מיט מענטשן מיט דיסאביליטיס און זייער ארגאניזאציעס. די ארבעט איז באזירט אויף אונזער ספעציפישע באפעל צו מוטיגן, באשיצן און נאכפאלגן אויב שוועדן קומט נאך די פארלאנגען פון די UN קאנווענשאן אויף די רעכטן פון מענטשן מיט דיסאביליטיס און אונזער אלגעמיינע באפעל צו באשיצן מענטשליכע רעכטן אין שוועדן. כדי צו ערפילן די באפעל האבן מיר אנטוויקלט א יערליכע ארבעט געבוי. עס העלפט אונז צו ארבעטן מער סיסטאמאטיש און לאנג-טערמיניג כדי אז צווישן אנדערע זאכן, זאלן מיר קענען אריינמישן מענטשן מיט דיסאביליטי און זייער ארגאניזאציעס אין א בעסערע וועג.
פארשפרייטן וויסנשאפט וועגן מענטשליכע רעכטן
וויסנשאפט איז א פאראויסנעמונג פאר מוטיגן און באשיצן מענטשליכע רעכטן. צוליב דעם ארבעטן מיר אין מערערע וועגן צו זיך פארבינדן מיט רעלעוואנטע שפילער, צום ביישפיל, צו מיטטיילן אונזער בארכטן און רעקאמענדאציע.
די ציל איז צו פארשטערקערן סיי מענטשן מיט רעכטן און אויך מענטשן מיט פאראנטווארטליכקייט אין די פראפעסיאנאלע וועלט צו בעסער פארשטיין און איינפירן מענטשליכע רעכטן אין זייער טעגליכע לעבן.
בויען נעטווארק און האטלן געשפרעכן פאר טוישונג
צעווילע געזעלשאפט שפילט א הויפט ראלע אין די אנטוויקלונג פון די געזעלשאפט און אין אויפהאלטן דעמאקראטיע און מענטשליכע רעכטן. זיי אפערירן אויכט דורך אלגעמיינע מענטשן און דורך דעם האבן זיי לאקאלע אינפארמאציע צו וואס מיר האבן מעגליך נישט קיין צוטריט. צוליב דעם, זענען געשפרעכן מיט צעווילע געזעלשאפט און אינדיווידועלע מענטשן מיט רעכטן א הויפט טייל פאר אונזער ארבעט און קריטיש אונז צו געבן צןו פארשטיין וויאזוי פעלערן אין די סאציאלע שטאפל אפעקטירן מענטשנ’ס מעגליכקייט צו הנאה האבן פון זייער מענטשליכע רעכטן. מיר האבן אויך וויכטיגע געשפרעכן אדער מיטארבעט מיט אוטאריטעטן, פארשער און אנדערע שפילער
דורך ארבעטן מיט מערערע נעטווארקס, קענען מיר סיי מיטטיילן אונזער וויסנשאפט און העלפן דערגיין באקאנטע פראבלעמען און לעזונגען. איינע פון אונזער נעטווארקס איז געצילט אויף מענטשן אינעם פעלד פון מענטשליכע רעכטן אין די פאבליק אדער נאנ-פאבליק סעקטאר אדער וואס ארבעטן אינעם פעלד אלץ וואלונטירן.
זעט אויפקומענדע נעטווארק זיצונגען אין אונזער קאלענדער (på svenska)
אינטערנאציאנאלע צוזאמארבעט צו פארשטערקערן רעכטן אין שוועדן און אינטערנאציאנאל
מיר טוען אקטיוו ארבעטן צוזאמען מיט אינטערנאציאנאלע איינהייטן און שוועסטער אינסטיטוציעס אין אנדערע לענדער. מיר ביישטייערן צו גלאבאלע באמיאונגען צו באשיצן און אנטוויקלען מענטשליכע רעכטן, דורך אויסטוישן ערפארונגען און אנטיילנמען אין אינטערנאציאנאלע טעמעס. דאס פארשטערקערט אויך שוועדן’ס ראלע אלץ א שפילער אין די אינטערנאציאנאלע מענטשליכע רעכטן קערפערשאפט.
מיר העלפן אויך אינטערנאציאנאלע איבערזיכט איינהייטן דןרך צושטעלן אינפארמאציע און קאנטאקטן איידער לענדער באזוכן, צום ביישפיל, די אייראפעיאישע קאמיסיע קעגן ראסיזם און אומטאלעראנץ (ECRI) אדער די UN ספעציעלע דעלעגאטן.
אריינשיקן דאקומענטן און בריוון צו באיינפלוסן באשלוסן
מיר שיקן אויך נאכאנאנד אריין קאמענטארן און בריוון צו רעגירונגען און אויטאריטעטן. דורך די דאקומענטן וואס מיר שיקן אריין, צוילן מיר צו באיינפלוסן די פארמירונג פון געזעצן, פאליסי און אנדערע באשלוסן וואס האבן א באדייטנדע אפעקט אויף מענטשליכע רעכטן. אונזער רעקאמענדאציע זענען באזירט אויף אנאליזן איבער וויאזוי רעכטן ווערן למעשה אויסגעפירט און צילן צו פארמיידן פארלעצונגען און פארשטערקערן באשיצונג.
אונזער רעקאמענדאציע זענען באזירט אויף אונזער מענטשליכע רעכטן ערפארונג און קענען זיין וועגן נייע לעגיסלאציע און טוישונגען אין אויפפירונג אדער פאליסיס וואס אפעקטירן רעכטן פון מענטשן אין זייער טעגליכע לעבן.
אונטערשטרייכן די רעכט פון געריכט איבערזיכטן פון א מענטשליכע רעכטן בליק
די אינסטיטוציע פאר מענטשליכע רעכטן קען אויך אריינשיקן אן amicus curiae מיינונג צו די סופרים קאורט. די פליכט פון די amicus מיינונג איז צו ביישטייערן, אינערהאלב אונזער באפעל, צו אונטערשטרייכן די רעכט פון געריכט איבערזיכטן פון א מענטשליכע רעכטן בליק.
מיר געבן ארויס עטליכע amicus מיינונגען פער יאר. אונזער אויפגאבע איז נישט צו אונטערזוכן אינדיווידואלע קלאגעס פון מענטשליכע רעכטן פארלעצונגען.
Amicus curiae מיינט "פריינט פונעם געריכט". זיי זענען סטעיטמענט וואס ווערן געמאכט דורך לעגאלע און ערפארענע ארגאניזאציעס אדער לערערס אין געריכט פארהאנדלונגען צו שטיצן די געריכט אין איר פראצעדור פון מאכן א באשלוס. זיי זענען נישט קיין צד אינעם קעיס און אויך נישט אויף א זייט פון א צד אבער קענען צושטעלן ערפארענע וויסנשאפט פארן געריכט.
Hjälpte informationen dig?
Vi vill gärna veta vad du tycker om vår webbplats! Skriv gärna din feedback nedan. Men vi kan inte svara på frågor här. Har du en fråga om webbplatsen? Kontakta oss via e-post på webbredaktion@mrinstitutet.se.